איצט אויך אויף דער רוסישער שפּראַך
פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן"
׳איז דערשינען דאָס בוך פֿון אסתּר ראָזענטאַל־שנײַדערמאַן ״ביראָבידזשן פֿון דער נאָענט״ אין איבערזעצונג אויף רוסיש.
דער ייִדישער אָריגינאַל פֿונעם בוך איז אַרויס פֿון דרוק אין 3891 בײַם ״לייוויק פֿאַרלאַג״ (תּל־אָבֿיבֿ). די מחברטע איז געקומען צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן אין 5391, האָט דאָרטן געוווינט כּמעט דרײַ יאָר און איז געוואָרן אַן עדות פֿון איינע פֿון די סאַמע טראַגישע עפּיזאָדן פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. מע קען זאָגן, אַז אסתּר ראָזענטאַל־שנײַדערמאַן איז געווען איינע פֿון די ערשטע כראָניקערס פֿונעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט. אירע זכרונות זײַנען אָנגעשריבן לעבעדיק און עמאָציאָנעל און פֿון די ערשטע שורות פֿאַרכאַפּן דעם לייענערס אַכט און טונקט אײַן אין יענער תּקופֿה מיט אַלע אירע געשעענישן און פּערזענלעכקייטן.
אסתּר איז געבוירן געוואָרן אין דער פּוילישער שטאָט טשענסטאָכאָוו, האָט פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע. אין 6291 איז אריבערגעפֿאָרן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין 8591 האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן, אין 2691 איז עולה געווען קיין ישֹראל, וווּ זי האָט געלעבט ביזן סאַמע טויט אין 9891. אָבער איר בוך ״ביראָבידזשאַן פֿון דער נאָענט״ האָט זי אָנגעשריבן אויף ייִדיש, אויף מאַמע־לשון, וואָס זי איז אים איבערגעגעבן געווען איר גאַנץ לעבן.
אויף דער רוסישער שפּראַך האָט דאָס בוך איבערגעזעצט דער ייִדישער פּאָעט, איבערזעצער ישֹראל נעקראַסאָוו (פּעטערבורג).
״ס׳איז נישט גרינג צו לייענען דאָס בוך: אַנטוישונגען, פּחד, אַרעסטן, דערשיסונגען, צעבראָכענע גורלות. און אַ טרויעריקער אויספֿיר: די ייִדישע אויטאָנאָמיע איז געשאַפֿן געוואָרן נישט כּדי פֿאַרהיטן ייִדישע קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, נאָר פֿאַרקערט, כּדי וואָס גרינגער פֿאַרניכטן סײַ די קולטור, סײַ די מערהייט פֿון אירע טרעגער. אָבער דאָס איז אַ נייטיק בוך, מע דאַרף וויסן דעם אמת ווי ביטער זאָל ער ניט זײַן. דאָס איז אַ בוך וועגן דעם, אַז ביראָבידזשאַן איז עפּעס פֿיל גרעסערס, ווי איינער פֿון אומגעלונגענע און אַפֿילו קוריאָזע סאָוועטישע פּראָיעקטן. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז אַ וויכטיקער און טראַגישער טייל פֿון דער רוסלענדישער און ייִדישער געשיכטע.
דאָס בוך איז אַרויס פֿון דרוק אין ביראָבידזשאַן, אַלע ביבליאָטעקן פֿון דער געגנט וועלן באַקומען עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך וועט זײַן צוטריטלעך אויך אויפֿן וועב־זײַטל nasledie-eao.ru.