אַ נײַער נומער פֿון "ייִדישלאַנד"
פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן"
אין תּל־אָבֿיבֿ איז נאָר וואָס אַרויס פֿון דרוק אַ נײַער, 16טער נומער פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל “ייִדישלאַנד”.
ער איז פֿולקום געווידמעט דעם 70טן יאָרטאָג פֿון הינריכטונג פֿון די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, בתוכם פֿון די ייִדישע שריפֿטשטעלער דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער. דער נומער שליסט אין זיך אײַן ווערק פֿון די אומגעבראַכטע פּען־מענטשן, אָבער דער עיקר — אַרטיקלען און מוזיי־מאַטעריאַלן, וואָס דערציילן וועגן זייער שאַפֿונג, וועגן יענער שרעקלעכער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום, וועגן דער אויפֿדעקונג פֿונעם שוידערלעכן אמת וועגן זייער אומקום פֿאַרן ברייטן עולם. אינעם ביראָבידזשאַנער קאָנטעקסט דאַרף מען באַזונדערס אָפּמערקן די פֿאַרצייגענונג פֿון יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ “די ערשטע דערמאָנונג וועגן דעם 12טן אויגוסט אין סאָוועטישער ייִדישער פּרעסע”. דער נײַער נומער אַנטהאַלט אויך טראַדיציאָנעלע רובריקעס פֿונעם זשורנאַל: “אַ נײַ זינגליד”, “נײַע ביכער”, “מאַטעריאלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט”.