"דער האַר פֿון די פֿינגערלעך" אויף ייִדיש
דער שוועדישער פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט" האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַ נײַע אויסגאַבע פֿון דזש. ר. ר. טאָלקינס "חבֿרותא פֿון דעם פֿינגערל" – דעם ערשטן טייל פֿון זײַן באַרימטער פֿענטעזי־עפּאָפּיי "דער האַר פֿון די פֿינגערלעך"
דער איבערזעצער, בעריש (באַרי) גאָלדשטיין, וווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס). צום ערשטן מאָל האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן ייִדישע ווערסיע פֿונעם דאָזיקן בוך אין 2014. שפּעטער, אין 2015-2016, זײַנען דערשינען זײַנע איבערזעצונגען פֿון די אַנדערע צוויי ביכער אין דער טרילאָגיע. גאָלדשטיין האָט אויך איבערגעזעצט טאָלקינס ראָמאַן "דער האָביט" (צום ערשטן מאָל אַרויס אין 2012). אויף זײַן וועבזײַט רעקלאַמירט ער אַ גאַנצע ריי אַנדערע איבערגעזעצטע ביכער אויף ייִדיש.
ס׳איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, אַז אין 2020 האָט דער זעלבער פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש דעם ערשטן טייל פֿון אַן אַנדער וועלט־באַרימטער און ניט ווייניקער פּאָפּולערער פֿאַנטאַזיע־סעריע: "הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין", איבערגעזעצט פֿון אַהרן שעכטער־ווישוואַנאַט.