תּנחום קאַפּלאַנס אויסשטעלונג אין ירושלים
דעם 19טן יאַנואַר האָט זיך אינעם ירושלימער קולטור־צענטער "בית אַבֿי חי" געעפֿנט די רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג פֿונעם גרויסן סאָוועטישן ייִדישן קינסטלער אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן, וואָס הייסט "אַ פֿאַרכּישופֿטער קינסטלער", וווּ עס ווערן פֿאָרגעשטעלט מער ווי אַ הונדערט ווערק, געשאַפֿן מיט פֿאַרשיידענע מעטאָדן: גראַוויורן, קעראַמיק, גואַש־ און אייל־בילדער, ווי אויך ביכער מיט זײַנע אילוסטראַציעס.
ניט צופֿעליק איז דער נאָמען פֿון דער אונטערנעמונג מרמז אויף שלום־עליכמס באַרימטער דערציילונג “דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער”. צווישן אַנדערן, איז תּנחום קאַפּלאַן – געבוירן אין 1902 אינעם ווײַסרוסישן שטעטל ראָגאַטשאָוו – געווען אַן אילוסטראַטאָר פֿון דער דאָזיקער דערציילונג און אַ ריי אַנדערע שלום־עליכמס שאַפֿונגען. ס׳איז כּדאַי באַזונדערס צו דערמאָנען זײַנע ליטאָגראַפֿישע סעריעס “טבֿיה דער מילכיקער” און “סטעמפּעניו” לויט די מאָטיוון פֿונעם קלאַסיקערס ווערק. ס׳רובֿ זײַנע יאָרן האָט קאַפּלאַן אָפּגעלעבט אין לענינגראַד; דאָרט איז ער ניפֿטר און באַערדיקט געוואָרן אין 1980. זײַן מצבֿה איז באַצירט מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף ייִדיש.