קורסן פֿון כּלי־זמרישער מוזיק און ייִדיש זינגליד
דער "אַרבעטער־רינג" האָט געעפֿנט רעגיסטראַציע פֿון אָנטיילנעמער אינעם פֿרילינג־קורס פֿון כּלי־זמרישער מוזיק און ייִדיש זינגליד, וועלכער וועט אַרבעטן אין אַ זום־פֿאָרמאַט. די לימודים וועלן זיך אָנהייבן דעם 27טן פֿעברואַר און דויערן 10 וואָכן. די אָנטיילנעמער ווערט אין די ראַמען פֿונעם קורס געגעבן אַ מעגלעכקייט אויסצוקלײַבן עטלעכע וואָרקשאָפּן. די עיקרדיקע אַרבעטס־שפּראַך וועט זײַן ענגליש.