Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַ נײַ ייִדיש בוך אין רוסישער איבערזעצונג

אינעם פּעטערבורגער פֿאַרלאַג "יאַראָמיר כלאַדיק פּרעס" איז דערשינען אין דער אויטאָרישער רוסישער איבערזעצונג וועלוול טשערנינס זאַמלונג פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען "ייִדישע פֿאַקטאַזיעס". אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל איז די זאַמלונג דערשינען אין 2021 אינעם שוועדישן פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט". עטלעכע אײַנגעשלאָסענע אין איר דערציילונגען זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויך אין העברעיִשער איבערזעצונג, אויף די שפּאַלטן פֿון ליטעראַרישער פּעריאָדיק.