אַ נײַער ספּעקטאַקל פֿון "ייִדישפּיל"
דעם 8טן יאַנואַר איז אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "ייִדישפּיל" פֿאָרגעקומען די פּרערמיערע פֿון אַ נײַעם ספּעקטאַל מיטן נאָמען "זכרונות פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס". דער ישׂראלדיקער דראַמאַטורג רמי רוזן (1944 – 2019) האָט אָגעשריבן די פּיעסע לויט מאָטיוון פֿון שלום־עליכמס באַרימטן בוך, און געשטעלט זי האָט דער רעזשסער יונתן אסתּרקין. אין "זכרונות פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס" זײַנען פֿאַרנומען צוויי אַקטיאָרן – יעקבֿ באָדאָ און יונתן רוזן. דער ספּעקטאַקל איז פֿולקום אויף ייִדיש מיט לויפֿנדיקע אויפֿשריפֿטן אויף העברעיִש און אויף רוסיש. ער וועט גיין ביזן 19טן פֿעברואַר.