Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַער פֿילם: "דער צדיק"

דעם 16טן פֿעברואַר איז אין די רוסלענדישע קינאָטעאַטערס פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿונעם פֿילם "דער צדיק", וואָס דער רעזשיסאָר סערגיי אורסוליאַק האָט געווידמעט דעם העלדנטאַט פֿונעם סאָוועטישן פּאַרטיזאַן ניקאָלײַ קיסיליאָוו (1913-1974), וועלכער האָט אָפּגעראַטעוועט איבער 200 ייִדן פֿונעם דאָלגינאָווער געטאָ (מינסקער געגנט).

אין אויגוסט־אָקטאָבער 1942 האָט זיך קיסיליאָוון אײַנגעגעבן אַרויסצופֿירן די ייִדן דורך וועלדער הינטער דער פֿראָנט־ליניע. אין 2005 האָט "יד ושם" אים געגעבן דעם טיטל פֿון אַ "חסיד אומות העולם". ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אורסוליאַקס נײַ ווערק אַנטהאַלט אַ סך פֿראַזעס אויף ייִדיש, ווי אויך דאָס באַקאַנטע ייִדישע ליד "לאָמיר אַלע אין איינעם", וואָס ווערט געזונגען עטלעכע מאָל ווי אַ מין לייטמאָטיוו פֿונעם פֿילם.