טײַגע אין ייִדישער פּאָעזיע
דעם 22סטן פֿעברואַר האָט דער ייִדישער קהילה־צענטער פֿון פּעטערבורג דורכגעפֿירט אַ לעקציע פֿונעם שרײַבער, דיכטער און זשורנאַליסט יואל מאַטוועיעוו, געווידמעט דער טעמע פֿון טײַגע און טונדרע אין דער ייִדישער פּאָעזיע. מאַטוועיעוו האָט דעמאָנסטרירט, ווי דער ייִדישער פֿאָלקלאָר און מיסטיציזם, בפֿרט דאָס חסידות פֿונעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט, האָט משפּיע געווען אויף אַ טייל אַשכּנזישע ייִדן, וועלכע האָבן אויפֿגענומען די ווילדע נאַטור און טיפֿע וועלדער ווי אַ מין הייליקע מקומות. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין די ווערק פֿון אַ סך ייִדישע דיכטער און שרײַבער. די גאַנצע לעקציע איז געווען אויף ייִדיש.