אינסטיטוט פֿון משפּחה גאָלדרײַך
דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון יונה גאָלדרײַך איז געגרינדעט געוואָרן דורך זײַנע קרובֿים אין 2005. יונה גאָלדרײַך (1927 – 2016) איז געווען אַ ייִד פֿון שארית־הפּליטה, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן אינעם יאָר 1942 און איז מיט יאָרן שפּעטער געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע הײַזער־בויער אין קאַליפֿאָרניע, ווי אויך אַ פּראָמינענטער פֿילאַנטראָפּ. זײַן שטיצע האָט געהאָלפֿן צו פֿאַראייביקן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער און ייִדיש־ציוויליזאַציע סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין ישׂראל.
די גרינדערין פֿונעם אינסטיטוט איז פּראָפֿ׳ חנה ווירט־נשר פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ענגלישע און אַמעריקאַנער שטודיעס. זי האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרגאַניזאַציע ביזן האַרבסט 2020. די הײַנטיקע דירעקטאָרין איז ד״ר חנה פּאָלין־גלאַי, אַ דאָצענטין פֿונעם ליטעראַטור־אָפּטייל. זי איז באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשערין און לערערין פֿון ייִדישער ליטעראַטור און חורבן־שטודיעס.
דער גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿירט אָן מיט דער צווישן־אוניווערסיטעטלעכער מאַגיסטראַטור־פּראָגראַם פֿון ייִדיש־שטודיעס אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאַמפּוס, מיט דער קאַטעדרע אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ און מאַקס וועבס פֿאַר געסט־פֿאָרשער, ווי אויך מיטן פֿאָרום פֿאַר פֿאַרטיפֿטע ייִדיש־שטודיעס, געשטיצט דורך דער משפּחה גאָלדרײַך, וואָס גיט די סטודענטן אַ מעגלעכקייט צו קאָנטאַקטירן מיט די בעסטע וויסנשאַפֿטלער אינעם דאָזיקן געביט.
דער אינטיטוט טרעט אויך אַרויס ווי דער צענטער פֿון דער וועלט־באַרימטער אינטערנאַציאָנאַלער זומערדיקער ייִדיש־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר.