נײַע העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שלום אַש
אינעם חיפֿהר פֿאַרלאַג "פּרדס" איז דערשינען אין העברעיִשער איבערזעצונג פֿון בלהה רובינשטיין שלום אשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת". דער דאָזיקער ראָמאַן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ייִדיש אין 1939, און אין 1953 איז ער צום ערשטן מאָל דערשינען אויף העברעיִש אין איברעזעצונג פֿון דוד סיוון.
די ליטעראַטור־פֿאָרשערין דאָקטאָר בלהה רובינשטיין פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע יאָרן מיט איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין העברעיִש. חוץ ווערק פֿון שלום אַשן, האָט זי איבערעגעזצעט אויך ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, אלטער קאַציזנע, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און זלמן שניאור.