Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועבזײַט־נײַעס: לייב פּולווערס פּאַרטיטורן

די רעדאַקציע פֿון אונדזער וועבזײַט גיט אײַך מיט פֿאַרגעניגן צו וויסן, אַז מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע אוניקאַלע מאַטעריאַלן: פֿולע פּאַרטיטורן פֿון לייב פּולווערס מוזיק פֿאַר די ספּעקטאַקלען אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדע שטערן" און "דאָס גרויסע געווינס" (אויך באַקאַנט ווי "200,000").

לייב (לעוו) פּולווער (1883 – 1970) איז געווען אַ גרויסע פֿיגור אינעם מאָקסווער ייִדישן מלוכישן טעאַטער (גאָסעט). ער האָט געשאַפֿן די מוזיק צו 42 אויפֿפֿירונגען, וואָס מע האָט דאָרט געשטעלט, ער איז געווען דער דיריגענט פֿון גאָסעט און דער ראָש פֿונעם מוזיקאַלישן אָפּטייל.

ביז לעצטנס האָט מען געמיינט, אַז עס זענען פֿאַרבליבן בלויז איינצלע פֿראַגמענטן פֿון פּולווערס מוזיק, ווי אויך אייניקע קלענערע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. אונדזער פֿולע פּובליקאַציע פֿון זײַנע גרויסע פּאַרטיטורן איז אַ גרויסער שריט צו דער סיסטעמאַטישער פֿאָרשונג פֿון זײַן ריזיקער ירושה.