אַ נײַ ייִדיש בוך פֿאַר קינדער
דער תּל־אָבֿיבֿער ”לייוויק־פֿאַרלאַג" האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַ נײַע אילוסטרירט בוך פֿאַר קינדער אויף ייִדיש: "תּירוציק און קאָנקורענצל. אַ קינדער־מעשׂה וועגן צוויי שערער". דער מחבר איז דער ייִדיש־אַקטיוויסט און דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַרלאַג דניאל גלאי. די אילוסטראַציעס האָט געשאַפֿן די קראָאַטישע קינסטלערין מעליטע קראַוס.