אַלכּסנדר דייטש
מאַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער
הײַנט צו טאָג ווייסן נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן – דער עיקר, טעאַטער־היסטאָריקער – דעם נאָמען פֿון אַלכּסנדר דייטש. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז ער אָבער געווען זייער אַ באַרימטער און אויטאָריטעטער ייִדישער טעאַטער־קריטיקער.
זײַן רוסיש בוך "מאַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער" (Маски еврейского театра), וואָס מע קאָן דאָ אַראָפּלאָדן, איז אָנגעשריבן ניט אין אַ וויסנשאַפֿטלעכן, נאָר גיכער אין אַ קינסטלערישן סטיל. עס ווערט דאָרט באַשריבן די בראשית־תּקופֿה פֿון ייִדישע – הייסט עס, ייִדיש־שפּראַכיקע – פּראָפֿעסיאָנעלע טעאַטראַלישע ספּעקטאַקלען, פֿון זייער סאַמע אָנהייב ביז די ערשטע גרויסע דערפֿאָלגן און ווערן אַ וועלט־באַקאַנטער קולטורעלער פֿענאָמען אינעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט.
ווי אַ באַגאַבטער מאָלער, מאָלט דער מחבר אויס די פּנימער פֿון אַזעלכע גרויסע ייִדיש־טוער, ווי דער "זיידע פֿונעם ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דער שרײַבער־קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ, דער גרינדער פֿונעם מאָסקווער "גאָסעט" אַלעקסיי גראַנאָווסקי (וועלכער איז אויך געווען צווישן די גרינדער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויף רוסיש), דעם קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר קריין און אַפֿילו דעם מאָלער ראָבערט פֿאַלק, וועלכער איז באַרימט געוואָרן ערשט מיט צענדליקער יאָרן נאָך דייטשעס בוך איז אַרויס.