Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ראָזע קורץ און איר

לאַנג שווער לעבן

במשך פֿון זײַן קורצער עקזיסטענץ, האָט דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער (גאָסעט) קונה־שם געווען ניט נאָר אַדאַנק זײַנע געניעלע רעזשיסאָרן, וואָס זענען דערצו געווען גלענצנדיקע אַקטיאָרן מיכאָעלס און זוסקין נאָר אויך אַדאַנק אַ סך אַנדערע אַרטיסטישע נעמען.

איינע פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן איז געווען ראָזע קורץ (1908-2003). אַ געבוירענע אינעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט אין אַ משפּחה פֿון ייִדישע אַקטיאָרן, האָט זי אַליין אָפּגעלעבט אַ לאַנג און זייער שווער לעבן ווי אַ "בלאָנדזשענדיקער שטערן".

ראָזע קורץ

ראָזע קורץ האָט באַקומען איר בילדונג אין דער סטודיע פֿונעם טעאַטער "גאָסעט", וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1929. אין 1930 האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין דער "גאָסעט"־טרופּע און איז געווען אויף דער בינע ביז דער סאַמע ליקווידאַציע פֿונעם דאָזיקן גרויסן טעאַטער אין 1949. דערנאָך האָט זי געהאַט אַ שווער לעבן אָן קיין אַרבעט.

די סיטואַציע איז געווען נאָר ערגער צוליב דעם, וואָס איר מאַן, דער יוריסט באָריס דראַנאָוו, וועלכער האָט אויך געשטאַמט פֿון אַ משפּחה ייִדישע אַקטיאָרן, איז געווען זייער אַ קראַנקער, צוגעשמידט צום בעט. כּדי צו קריגן אַ ביסל פּרנסה, האָט זי געמאַכט קינסטלעכע בלומען.

אין 1962, בעת דער "כרושטשאָוו־אָדליהע", האָט וולאַדימיר שוואַרצער געשאַפֿן דעם "ייִדישן טעאַטראַלישן אַנסאַמבל" און ראָזע האָט ווידער באַקומען אַ מעגלעכקייט צו שפּילן אויף דער בינע און אָנגעהויבן וואַנדערן איבער רוסלאַנד, וווּ זי האָט זיך אָפֿט אָנגעשטויסן אויף אומבאַקוועמע באַדינגונגען אין ווײַטע מקומות. צום ווייניקסטן, האָט זי צוליב איר טעאַטראַלישער טעטיקייט געהאַט אַ קליינעם געהאַט און געקאָנט אויפֿטרעטן מיט איר טרופּע פֿאַר אַ ייִדישן עולם – פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש!

אין 1978 האָט ראָזע קורץ באַקומען די פּרעמיע אַלס "שלאָגלער פֿון קאָמוניסטישער אַרבעט" און – סאַראַ איראָניע! באַלד עמיגרירט מיט איר זון און זײַן משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ניט געקוקט אויף דעם שוין ניט קיין יונגן עלטער, האָט זי דאָרט אָנגעהויבן געבן קאָנצערטן, אויפֿטרעטן מיט קליינע סצענקעס פֿון ייִדישע ספּעקטאַקלען און זינגען ייִדישע לידער. אין איר משפּחה־אַרכיוו ווערט אָפּגעהיט אַן אַרטיקל פֿון אַ היוסטאָנער צײַטונג, אינגאַנצן געווידמעט אירע אויפֿטריטן, באַטיטלט מיט ריזיקע אותיות: "דער ייִדישער טעאַטער קומט קיין היוסטאָן".

ראָזע קורץ איז ניפֿטר געוואָרן אין 2003, זײַענדיק דעמאָלט 94 יאָר אַלט. אַ סך שפּעטער האָט איר זון אַלכּסנדר דראַנאָוו, אַן אַמעריקאַנער יוריסט, אַנטדעקט על־פּי צופֿאַל אירע פֿריִער אומבאַקאַנטע זכרונות.

 

צום ערשטן מאָל פּובליקירן מיר דאָ ראָזע קורצס זכרונות מיט אַלכּסנדר דראַנאָווס הקדמה און נאָכוואָרט – אויף ענגליש און אויף רוסיש