דער אָנהייב פֿונעם ייִדישן טעאַטער
דער ייִדישער טעאַטער האָט זיך אַנטוויקלט, דער עיקר, אין דער ייִדיש־רעדנדיקער אַשכּנזישער וועלט. זײַנע וואָרצלען שטאַמען פֿונעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט, ווען בײַ ייִדן איז אויפֿגעקומען די פּראָפֿעסיע פֿון בדחנים, וואָס האָט געפֿאָדערט אַן אַרטיסטישן (געוויינטלעך, קאָמישן) טאַלאַנט, כּדי משׂמח צו זײַן דעם עולם אויף חתונות און אַנדערע משפּחה־שׂימחות. אין די דײַטשיש־שפּראַכיקע לענדער זענען אַזעלכע פֿאָלק־אַרטיסטן, וועלכע האָבן געקאָנט מײַסטעריש שאַפֿן אימפּראָוויזירטע גראַמען, געווען פּאָפּולער ניט בלויז ייִדן, נאָר אויך בײַ זייער ניט־ייִדישער סבֿיבֿה.
בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט איז ייִדיש כּמעט בטל געוואָרן אינעם צענטראַלן און מערבֿדיקן טייל פֿון אייראָפּע, נאָר בײַ ייִדן אין פּוילן, רומעניע און רוסלאַנד האָט זיך די בדחנישע קונסט ווײַטער אַנטוויקלט. אין יענע מקומות האָבן געניטע בדחנים אָפֿט געדינט ווי הויף־לצים פֿון חסידישע צדיקים. דער באַרימסטער בײַשפּיל איז געווען הערשעלע אָסטראָפּאָלער. אַ סך בדחנים זענען אויך געווען באַגאַבטע מוזיקער, וואָס זענען אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט כּלי־זמרים און געשאַפֿן מוזיק פֿאַר זייערע אייגענע פּאָעטישע ווערק.
צווישן די סאַמע באַוווּסטע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַזאַ מין זענען אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט געווען: סענדער בדחן (אליהו־אַלכּסנדר פֿידעלמאַן, 1825–1892), סאָניע בדחן (ישׂראל זאַדרונסקי, 1850–1928) און אליקים צונזער (1835–1913). ווען זיי האָבן נאָך געלעבט, זענען זייערע לידער שוין פֿאַררעכנכט געוואָרן ווי אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט בדחנות ווי אַ פֿאַך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קהילות פֿון רומעניע און פּוילן.
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס פּיעסע "די צוויי קוני־לעמלס"
די פּורים־שפּילן, אַסאָציִיִרט מיט פּורים און דער מגילת־אסתּר, פֿאַרנעמען אַ באַזונדערס גרויס אָרט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ענלעכע ספּעקטאַקלען, אויפֿן סמך פֿון אַנדערע תּנ״כישע מעשׂיות, האָט מען אויך געשפּילט לכּבֿוד חנוכּה און אַנדערע יום־טובֿים.
די ערשטע באַוווּסטע מוסטערן פֿון פּורים־שפּילן, פֿאַרשריבן אינעם סוף־17סטן יאָרהונדערט, שטאַמען, לויט אַלע סימנים, פֿון למדנישע ישיבֿישע קרײַזן. ווען זיי האָבן זיך באַוויזן, האָבן זיי זיך גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין פֿאַרשיידענע פֿאָלקישע פֿאָרעמס און געוואָרן אַ כאַראַקטעריסטישער עלעמענט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אַשכּנזישער פֿאָלק־טראַדיציע אין קולטור.
הלל קאַזאָווקסקי (המשך קומט)