אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן" 2024
דער רוסלענדישער טעלעוויזיע־קאַנאַל "ביראַ" האָט דעם 13טן סעפּטעמבער 2024 אַרויסגעלאָזט אַ נײַע סעריע פֿון דער וואָכן־פּראָגראַם "ייִדישקייט" מיט דער פּרעזענטאַציע פֿונעם ניט לאַנג צוריק דערשינענעם 19טן נומער פֿונעם אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". דאָס מאָל איז דער דיקער זשורנאַל אויף 260 זײַטלעך געווידמעט דעם 90־יאָריקן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וואָס די סאָוועטישע רעגירונג האָט געשאַפֿן אין 1934.
דער אַלמאַנאַך אַנטהאַלט אַ גרויסן אָפּטייל אויף ייִדיש, וווּ עס זענען אַרײַן לידער פֿון ביראָבידזשאַנער דיכטער און אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג פֿון יואל מאַטוועיעוו – אַ הײַנטצײַטיקן פּעטערבורגער ייִדישן שרײַבער. אינעם רוסישן טייל ווערט פֿאָרגעשטעלט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון איבערגעזעצטער ייִדישער פּאָעזיע וועגן טײַגע. אַחוץ פֿאַרשיידענע אוניקאַלע און פֿאַרשיידנאַרטיקע היסטאָרישע מאַטעריאַלן, איז אינעם נײַעם אַלמאַנאַך־נומער פֿאַראַן צוויי באַזונדערע קונסט־בײַלאַגעס.