Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

גריגאָרי אילוגדינס דאָקומענטאַר "דער זשעני פֿון אַ שטעטל" וועגן דעם באַרימטן סקולפּטאָר מאַרק (מרדכי) אַנטאָקאָלסקי קאָן מען פֿון איצט אָן זען אָפֿן אויף דער אינטערנעץ מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אַ וויכטיקער טייל פֿונעם פֿילם באַשטייט פֿון דרײַ־דימענסיאָנעלע אַנימאַציעס אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. דער רעזשיסאָר דריקט אויס זײַן גרויסע הכּרת־הטובֿ די פֿונדאַציעס Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל) פֿאַרן אונטערשטיצן דעם קינאָ־פּראָיעקט.

אילוגדין ווינטשט אַל־דאָס בעסטע אונדזער וועבזײַט און אַנדערע פּראָיעקטן, וואָס ווערן אויך געשטיצט דורך די זעלבע צוויי פֿונדאַציעס. דער דאָקומענטאַר איז מיט דערפֿאָלג געוויזן געוואָרן אויף דער טעלעוויזיע. באַלד נאָך דער פּרעמיערע האָט דער ביראָבידזשאַנער קאַנאַל "ביראַ", וואָס לאָזט כּסדר אַרויס פּראָגראַמען אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש, דורכגעפֿירט אַ שמועס מיטן שעף־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער וועבזײַט, דעם דיכטער און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו, וועלכער האָט איבערגעזעצט די דיאַלאָגן אינעם דאָקומענטאַר דווקא אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט – דאָס מאַמע־לשון פֿונעם ווילנער ייִד מרדכי אַנטאָקאָלסקי – און אָרגאַניזירט די אוידיאָ־רעקאָרדירונג מיט זײַנע פּעטערבורגער קאָלעגן.

אינגיכן פּלאַנירן מיר צו עפֿענען אַ נײַע סעקציע אויף אונדזער וועב־פּאָרטאַל, געווידמעט פֿאַרשיידענע פֿילמען אויף ייִדיש אָדער פֿאַרבונדענע מיט דער ייִדישער שפּראַך. פֿאָלגט אונדזערע נײַעס!

דער זשעני פֿון אַ שטעטל

אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם גרויסן רוסיש־ייִדישן סקולפּטאָר מאַרק אַנטאָקאָלסקי (1843 – 1902)

פּראָדוסער: מאַרק זילבערקוויט
רעזשיסאָר: גריגאָרי אילוגדין

© Grigfilm Production 2024

געשטיצט דורך Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל)