פֿרילינג־קורסן פֿאַר ייִדיש־רעדער
די ניו־יאָרקער צווײַג פֿונעם "אַרבעטער־רינג" האָט אַנאָנסירט די רעגיסטראַציע אויף די פֿרילינגדיקע ווידעאָ־לעקציעס פֿאַר ייִדיש־רעדער און פֿאָרגעשריטענע סטודענטן. די אָנלײַן־לימודים וועלן געפֿירט ווערן אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון סוף־פֿעברואַר ביז יוני. די פּראָגראַם וועט אַרומנעמען אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקע ענינים, ווי די גראַמאַטיק פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער, ווי אויך פּראַקטישע עצות פֿאַר ייִדיש־שרײַבער. די אײַנגעלאַנדענע לעקטאָרן זענען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, פֿראַנקרײַך און אַרגענטינע. די פֿאַראינטערעסירטע קאָנען זיך פֿאַרשרײַבן אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.