קאָנצערט פֿון "אַשכּנזישער דעקאָנסטרוקציע"
דעם 3טן מײַ, 2023, איז אינעם ירושלימער קולטור־צענטער "בית־אבֿי־חי" פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿונעם "אַנסאַמבל פֿון אַשכּנזישער דעקאָנסטרוקציע" אונטער גריגאָרי סאַנדאָמירסקיס אָנפֿירונג בײַם אָנטייל פֿון דער זינגערין יעוודאָקיע לערער און די מוזיקאַנטן אַנדריי בעסאָנאָוו, אַסף שחורי און חגי פֿערטמאַן. אינעם גאַנג פֿונעם קאָנצערט זײַנען אויסגעפֿילט געוואָרן גוט באַקאַנטע די ליבהאָבער פֿון ייִדיש און כּמעט שוין פֿאָלקלאָרישע זינגלידער אויף די ווערטער פֿון אבֿרהם גאָלדפֿאַדען ("אונטער ייִדעלעס וויגעלע"), מאַרק וואַרשאַווסקי ("אויפֿן פּרעפּעטשעק"), איציק מאַנגער ("אויפֿן וועג שטייט אַ בוים") און יוסף קאָטליאַר ("אַ לידעלע אויף ייִדיש") אין גאָר אַ נײַער מוזיקאַלישער אינטערפּרעטאַציע, וועלכע שיידט זיך שטאַרק אונטער סײַ פֿון דער טראַדיציאָנעלער כּלי־זמרישער מוזיק, סײַ פֿון דער קלאַסישער עסטראַדע.
אַן אומדערוואַרטער און עפֿעקטפֿולער שטריך איז געוואָרן דער פֿאַקט, וואָס דער קאָנצערט פֿונעם "אַנסאַמבל פֿון אשכּנזישער דעקאָנסטרוקציע" האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ פֿאָלקלאָרישן ספֿרדישן וואַריאַנט פֿון "חד־גדיא". דאָס דאָזיקע ליד האָט דורכגעקלונגען אויף לאַדינאָ.
אַ וויכטיקע באַשטאַנדטייל פֿונעם קאָנצערט איז געווען אַן אַנימאָציע לויט מאָטיוון פֿון ווערק פֿונעם מאָלער תּנחום קאַפּלאַן, וועלכער איז באַוווּסט צווישן אַנדערס אַלס אילוסטראַטאָר פֿון שלום־עליכמען. עס האָבן זי צוגעגרייט איליאַ קריינעס און מאַיע אָדר וואַלינג. דעם קאָנפֿעראַנס־טעקסט האָט פֿאַרפֿאַסט דער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַט יעד בירן.