אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "בר־כּוכבֿא" אויף העברעיִש
דעם 25טן יאַנואַר איז אין אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער "מאַלענקי" פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אבֿרהם גאָלדפֿאַדענס מוזיקאַלער פּיעסע "בר־כּוכבא" אין העברעיִשער איבערזעצונג. צום ערשטן מאָל איז "בר־כּוכבֿא" מיט אַ גרויסן דערפֿאָלג אויפֿגעפֿירט געוואָרן דורכן "פֿאָטער" פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער, אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אין 1883 אין אָדעס (פֿאַרשטייט זיך, ווי באַקאַנט, אויף ייִדיש).
אַזוי אַרום איז די איצטיקע העברעיִשע פּרעמיערע געוואָרן איינצײַטיק אַ מין פֿײַערונג פֿונעם 140טן יוביליי זינט דאָס דאָזיקע ביז גאָר וויכטיקע מײַסטער־ווערק פֿון דער ייִדישער טעאַטראַלישער קונסט איז דערשינען אויף דער בינע.
די געגראַמטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע האָט געמאַכט וויקי שיפֿריס. די רעזשיסערין פֿון דער נײַער אויפֿפֿירונג איז די אַקטריסע אסתּי ניסים, וואָס שפּילט איבערהויפּט אויף ייִדיש.