די צווייטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ"
אינעם ירושלימער פֿאַרלאַג "כּרמל" איז דערשינען די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון דער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "דער שׂטן אין גאָרײַ". פֿון ייִדיש האָט אים איבערגעזעצט בלהה רובינשטיין, וועלכע האָט איבערגעזעצט, חוץ דעם, אַ גאַנצע ריי אַנדערע זײַנע ביכער. די ערשטע העברעיִשע אויפֿלאַגע פֿונעם ראָמאַן "דער שׂטן אין גאָרײַ" האָט זיך באַוויזן אין 2000 אינעם זעלבן פֿאַרלאַג. דאָס איז דער ערשטער ראָמאַן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן. ער האָט זיך באַוויזן אינעם וואַרשעווער זשורנאַל "גלאָבוס" אין 1933, און אין 1935 איז ער דערשינען אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם. אַ סך שפּעטער זײַנען דערשינען איבערזעצונגען פֿון "דער שׂטן אין גאָרײַ" אויף ענגליש (1963) און אויף אַנדערע שפּראַכן.