Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

"שׂונאים": צום ערשטן מאָל אין בוכפֿאָרם


אינעם שוועדיש־יידישן פֿאַרלאַג "אָלניאַניסקי טעקסט" איז נאָר וואָס דערשינען אויף ייִדיש אין אַ בוך־פֿאָרם יצחק באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "שׂונאים, די געשיכטע פֿון אַ ליבע". לכתּחילה איז ער דערשינען אין המשכים אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג "פֿאָרווערטס", אין 1972 אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרם אין איבערזעצונג אויף ענגליש. שפּעטער האָבן זיך באַוויזן איבערזעצונגען אויף אַדערע שפּראַכן – פֿראַצויזיש (1975), העברעיִש (1979), פּויליש – 1992, רוסיש (2012) א״א. אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל אָבער איז דער דאָזיקער ראָמאַן פֿון דעם לאַורעאַט פֿונעם נאָבל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור ביז איצט קיינמאָל ניט דערשינען. דער פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט" האָט סוף־כּל־סוף פֿאַרפֿילט דעם דאָזיקן בלויז.

וו. אַראָנאָוו