אַ סעמינאַר וועגן דעם קומענדיקן בערעגאָווסקי־בוך
דאָס נײַע צוויי־שפּראַכיקע ייִדיש־רוסישע בוך "משה בערעגאָווסקי: עטיודן צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער טאָנאַלער פֿאָלקס־קונסט" איז פּרעזענטירט געוואָרן דעם 25סטן מאַרץ, 2025, אויפֿן צווישן־דיסציפּלינערן סעמינאַר "מוזיק אין קולטור", אָרגאַניזירט דורך דעם רוסלענדישן מלוכישן אינסטיטוט פֿאַר קונסט־קענטעניש. אין אַפּריל פּלאַנירט מען דאָס בוך אָפּצודרוקן.
די אויסגאַבע איז באַזירט אויף אַ פֿריִער אומבאַקאַנטן בערעגאָווסקיס כּתבֿ־יד. ער ווערט אינגאַנצן אײַנגעשלאָסן, רעדאַגירט לויטן מאָדערנעם ייִוואָ־סטאַנדאַרס, איבערגעזעצט, קאָמענטירט און באַגלייט מיט אַ פּרטימדיקן מוזיקאָלאָגישן און היסטאָרישן אַנאַליז.
דער אַנטדעקער פֿון דער האַנטשריפֿט און איניציאַטאָר פֿונעם בוך־פּראָיעקט איז ד״ר מאַרק זילבערקוויט, דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג "מוזיקאַ" און דער גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, וווּ עס זענען שוין געזאַמלט געוואָרן אַ ריי אוניקאַלע מאַטעריאַלן וועגן בערעגאָווסקי, אַרײַנגערעכנט יעווגעניע כאַזדאַנס ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח.
פֿאָלגט אונדזערע נײַעס וועגן דער קומענדיקער בוך־פּובליקאַציע!
