Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

בערנשטיינס און פּיזאַרס "קדיש" אין קאַרנעגי־האָל

בערנשטיינס סימפֿאָניע "קדיש", 29טער יאַנואַר 2025 ,פֿאָטאָ־קרעדיט: פֿאַדי כייר


דעם 29טן יאַנואר 2025, לזכּרון דעם 80סטן יאָרטאָג פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג, האָט דער ניו־יאָרקער קאַרנעגי־האָל פּרעזענטירט לעאָנאַרד בערנשטיינס כאָראַלע סימפֿאָניע "קדיש" מיט שמואל פּיזאַרס ליברעטאָ "אַ דין־תּורה מיטן רבונו־של־עולם". ווי באַקאַנט, זענען אין אוישוויץ פֿאַרטיליקט געוואָרן הונדערטער טויזנטער ייִדיש־רעדער, ממילא איז די באַפֿרײַונג פֿונעם דאָזיקן שוידערלעכן טויט־לאַגער גאָר אַ וויכטיקע דאַטע פֿאַר אונדזער פֿאָלק און קולטור.

שמואל פּיזאַר (1929 – 2015) איז געווען אַ פּויליש־אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט און שרײַבער, אַ ייִד פֿון שארית־הפּליטה, וועלכער האָט על־פּי־נס איבערגעלעבט אַזש זעקס טויט־לאַגערן: מײַדאַנעק, בליזשין, אוישוויץ, זאַקזענהאַוזען, אָראַניענבורג און דאַכאַו. לויט זײַנע ווערטער, האָט בערנשטיין (בערנסטין) אים אַליין פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן די ליברעטאָ, ווײַל פּיזאַר, אַ ניצול־געוואָרענער פֿונעם חורבן, וואָלט געקאָנט אַרײַנברענגען אין דער סימפֿאָניע אַ מער אויטענטישע שטים.

שמואל פּיזאַר

אַחוץ דעם אָרקעסטער, כאָר און פֿירנדיקן סאָפּראַנאָ־סאָלאָ איז אין דער סימפֿאָניע־פּאַרטיטור פֿאַראַן אַ ספּעציעלער פֿאָרלייענונג־טייל; לויט פּיזאַרס צוואָה, מעגן נאָך זײַן פּטירה זי אויספֿירן רק זײַנע קרובֿים. דעם אָוונט האָט געעפֿנט דער געוועזענער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר ענטאָני בלינקען. ער האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער סצענע זײַן מאַמע יהודית (דזשודיט) מיט זײַן שוועסטער לאה, און דערציילט וועגן דעם גורל פֿון זײַן שטיף־טאַטן – שמואל פּיזאַר, וועמענס משפּחה איז אומגעקומען בעת דעם ייִדן־חורבן. בלינקען האָט דערמאָנט דעם עולם, ווי וויכטיק עס איז אָפּצוהיטן די טראַדיציע און צו באַקעמפֿן פֿאַשיזם מיט אַנטיסעמיטיזם.

לעאָנאַרד בערנשטיין


אויפֿן הזכּרה־קאָנצערט האָט דער דיריגענט דזשיימס קאָנלאָן אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער פֿון סיינט ליוקס קלויסטער, צו וועלכן עס האָבן זיך צוגעשלאָסן דער פֿעסטיוואַל־כאָר פֿונעם באַרד־קאָלעדזש, דער ברוקלינער יוגנט־כאָר און די סאָפּראַנאָ־זינגערין דיאַנאַ ניומאַן. יהודית און לאה פּיזאַר האָבן געלייענט דעם טעקסט.

דער גרעסטער ניו־יאָרקער קאָנצערט־זאַל איז געווען אינגאַנצן געפּאַקט; דעם עולם האָט אָפּגעשאַצט די הזכרה־אונטערנעמונג מיט לאַנגע אָוואַציעס. עס זענען בײַגעווען אָנגעזעענע דיפּלאָמאַטן, רעליגיעזע פֿיגורן און כּלל־טוער.

בערנשטיינס סימפֿאָניע "קדיש", 29טער יאַנואַר 2025 ,פֿאָטאָ־קרעדיט: פֿאַדי כייר