אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן" – 2023
אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז דערשינען אַ נײַער (17 – 18) באַנד פֿונעם צוויי־שפּראַכיקן (רוסיש און ייִדיש) אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן". באַנאַנד מיט אַנדערע מאַטעריאַלן שליסט ער אין זיך אײַן אַ "קורצע אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג" אין רוסישע איבערזעצונגען. זי אַנטהאַלט ווערק פֿון 17 ייִדישע דיכטער פֿון רוסלאַנד, ישׂראל, פֿש"אַ, פֿראַנקרײַך, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן און בריטאַניע, ווי אויף ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציעס וועגן זיי. די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם אַלמאַנאַך איז אויך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ.