"דער בלוטיקער שפּאַס" אָנלײַן
דער אַמעריקאַנער ייִדישיסט רפֿאל פֿינקל האָט פּובליקירט אין דער אינטערנעץ דעם אָריגינעלן טעקסט פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן "דער בלוטיקער שפּאַס", אָנגעקלאַפּט לויט דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַרישער ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע, באַגלייט מיט דערקלערונגען פֿון רוסישע, ענגלישע און לאַטײַנישע ווערטער, וואָס טרעפֿן זיך אינעם דאָזיקן ווערק.
פֿינקל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטערײַ בײַם קענטאָקי־אוניווערסיטעט, איז באַקאַנט ווי אַ קאָמפּיוטעריזאַציע־פּיאָניר פֿון ייִדישער ליטעראַטור, דער מחבר פֿון דער ערשטער אויטאָמאַטישער קאָרעקטור־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש און דער שאַפֿער פֿון אַ גרויסן אינטערנעץ־רעסורס וועגן דער דאָזיקער שפּראַך. פֿון 1997 ביז 2006 האָט ער בשותּפֿות מיטן דיכטער שלום בערגער אָנגעפֿירט מיטן אינטערנעץ־זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד".