דער "טאָג פֿונעם ייִדישן בוך" אין פּעטערבורג
דער יערלעכער "טאָג פֿונעם ייִדישן בוך" איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 27סטן אַפּריל, 2025, אין דער גרויסער פּעטערבורגער כאָרשול. ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער נײַער צוויי־שפּראַכיקער ייִדיש־רוסישער וויסנשאַפֿטלעכער אויסגאַבע "משה בערעגאָווסקי: עטיודן צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער טאָנאַלער פֿאָלקס־קונסט".
צוויי לעקציעס אויפֿן ביכער־יריד זענען געווען פֿאַרבונדן מיטן חסידישן ייִדיש. דער דיכטער און שרײַבער יואל מאַטוועיעוו האָט דערציילט, פֿאַרוואָס בײַ די חסידים איז ייִדיש אַ הייליקע שפּראַך, און דער באַוווּסטער פֿאָרשער ד״ר וואַלערי דימשיץ האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס בוך "דער סאָוועטישער צדיק" וועגן דעם ריבניצער רבין חיים־זאַנוול אַבֿראַמאָוויטש זצ״ל, באַגרינדעט אין אַ גרויסער מאָס אויף מאַטעריאַלן, געזאַמלטע אין אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות.
Photo credit: Jeps.ru and Alexandra Yegorova