מאַרק שאַגאַל: שׂימחה פֿון דער ערדישער צוצי־קראַפֿט
זײַענדיק אַ וועלט־באַרימטער מאָלער, האָט שאַגאַל אויך געשריבן לידער און עסייען וועגן ליטעראַטור און קונסט אויף זײַן מאַמע־לשון – ייִדיש. ער איז געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון אַ סך ייִדישע שרײַבער און האָט אילוסטרירט זייערע ביכער. די עקספּאָנאַטן, באַגלייט מיט ציטאַטן פֿון זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "מײַן לעבן", זענען געווידמעט שאַגאַלס שאַפֿן אין רוסלאַנד פֿון סוף־1990ער ביז 1922. אַ צאָל חפֿצים פֿון פּריוואַטע זאַמלונגען ווערן אויסגעשטעלט בפֿרהסיא צום ערשטן מאָל.
די בולטסטע מערקווידריקייט פֿון דער עקספּאָזיציע זענען זיבן ריזיקע פּאַנאָען, וועלכע שאַגאַל האָט געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן קאַמערן־טעאַטער אין 1920. אַן אַנדער, מער באַשיידענער, נאָר אויך גאָר אַ וויכטיקער עקספּאָנאַט, איז די זעלטענע אויסגאַבע פֿון דעם ניסתּרס "מעשׂהלעך", אילוסטרירט דורכן גרויסן קינסטלער און אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1917. אַן עלעקטראָנישע אינסטאַלאַציע דערמעגלעכט פֿאַנאַנדערצוקוקן באַזונדערע זײַטלעך פֿונעם דאָזיקן ביכל.
די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 15טן מאַרץ, 2026.
בילדער: י. און ד. מאַטוועיעוו
