ווידעאָ־אינטערוויו מיט אַ וועטעראַן פֿון ייִדישער פּרעסע
דער "פֿאָרווערטס" האָט מפֿרסם געווען דעם היסטאָרישן ווידעאָ־אינטערוויו צווישן דעם אַמעריקאַנער ייִדישיסט אלי בענעדיקט און דער אַרכיוויסטקע חנה פּאָלאַק, וועלכע האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער אַרכיוו־ און איבערזעצונג־אַרבעט אין דער דאָזיקער אויסגאַבע זינט 1999. אין 2007 האָט די פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַלבאָם The Living Lense ("די לעבעדיקע לינדז") מיט היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו. דעם ווידעאָ־שמועס האָט די ניו־יאָרקער "ייִדיש־ליגע" נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אין יוטוב.
דער "פֿאָרווערטס" איז אַ לעגענדאַרע ייִדישע צײַטונג, געגרינדעט אין 1897.
זינט 2019 גייט זי אַרויס אויף ייִדיש נאָר אָנלײַן. צווישן אירע מיטאַרבעטער און קאָרעספּאָנדענטן זענען געווען גאָר אַ סך גרויסע ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט די נאָבעל־לאַורעאַטן יצחק באַשעוויס און אלי וויזעל.