ייִדישע פֿאַקטאַזיע אין ירושלים
דעם 23טן מערץ, 2023, איז אין דער ירושלימער ביכער־קראָם "באַבעל" פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון וועלוול טשערנינס זאַמלונג דערציילונגען "ייִדישע פֿאַקטאַזיעס" אין זײַן אייגענעם איבערזעצונג אויף רוסיש. דאָס בוך איז דערשינען ניט לאַנג צוריק אינעם פּעטערבורגער פֿאַרלאַג "יאראָמיר כלאַדיק פּרעס".
"באַבעל" ספּעציאַליזירט זיך איבערהויפּט אויף רוסישע ביכער, אײַנגעשלאָסן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָבער אַ פּאָר פּאָליצעס זײַנען אין דער קראָם אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש, בתוכם דעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד".