Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿאַרבינדונגען־2023

דער צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון אַנאַ טאַנענבוים בײַם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט אַנאָנסירט די רעגיסטראַציע אויף אַ צוויי־טאָגיקער פּראָגראַם פֿון אינטערנעץ־אונטערנעמונגען מיטן פֿאָקוס אויף דער צוקונפֿטיקער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען פֿון דער דאָזיקער שפּראַך. די פּראָגראַם וועט דורכגעפֿירט ווערן דעם 19טן און 20סטן פֿעברואַר. לויט די אָרגאַניזאַטאָרן, איז די עיקרדיקע ציל־אוידיטאָריע סטודענטן, אַספּיראַנטן און יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וואָס וועלן האָבן אַ מעגלעכקייט צו באַטראַכטן דעם עתיד פֿון ייִדיש און ייִדיש־שטודיעס, אָנטיילנעמען אין אינטעראַקטיווע וואַרשטאַטן און מאָדערירטע פֿאָרשלאָגן.

"פֿאַרבינדונגען" איז געגרינדעם געוואָרן אין 2022. איר ערשטע ווינטער־קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאָקוסירט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער מיטאַרבעט פֿון פֿאָרשער און מומחים, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. דער לוח פֿון דער קומענדיקער פּראָגראַם איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע.