"די גאָלדענע פּאַווע" – אַ נײַער ייִדישער זשורנאַל
אין אָנהייב־יוני 2024 איז אין אַמסטערדאַם אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם נײַעם ייִדישן זשורנאַל "די גאָלדענע פּאַווע" – אַ המשך פֿונעם פֿריִערדיקן אַמסטערדאַמער זשורנאַל "די גרינע מדינה", וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אין דער שטאָט זינט 2000. ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז אַלע זײַנע אַלטע נומערן זענען איצט צוטריטלעך אויף דער וועבזײַט פֿון דער האָלענדישער ייִדיש־פֿונדאַציע.
דעם דעביוט־נומער האָבן רעדאַגירט ד״ר דוד־עומר כּהן, גלאָריאַ פֿיין־מאַק׳קינק און דאַניעלאַ זײַדמאַן־מאַוער. דעם קומענדיקן האַרבסט פּלאַנירט מען דורכצופֿירן די פֿײַערלעכע אָפֿיציעלע עפֿענונג פֿון דער נײַער פּעריאָדישער אויסגאַבע אויף ייִדיש.