פֿון גאָסעט ביז "שלום"
דעם 14טן סעפּטעמבער 2024, האָט דער מאָסקווער טעאַטער "שלום" אָנגעהויבן זײַן איצטיקן סעזאָן מיטן עפֿענען די נײַע אויסשטעלונג "פֿון גאָסעט ביז 'שלום'", געווידמעט דעם בײַשטײַער פֿון דער ייִדישער און ייִדיש־קולטור אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַלגעמיינער טעאַטראַלישער קונסט און דער געשיכטע פֿון סאָוועטישן מלוכישן ייִדישן טעאַטער.
דער טעאַטער "שלום" האַלט זיך פֿאַר אַ דירעקטן יורש און נאָכפֿאָלגער פֿונעם באַרימטן גאָסעט, דעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער בראָש מיט שלמה מיכאָעלסן. מע קען זאָגן, אַז זײַן געשיכטע הייבן זיך שוין אָן אין 1917, ווען אין רוסלאַנד האָט מען אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ, און פֿון 1919, ווען דער ערשטער סאָוועטישער ייִדישער טעאַטער איז געגרינדעט געוואָרן אין פּעטראָגראַד דורכן טעאַטער־אָפּטייל בײַם פֿאָלקאָמבילד (פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר בילדונג).
אין 1949 איז גאָסעט פֿאַרמאַכט געוואָרן. נאָך אַ לאַנגן הספֿק, אין האַרבסט 1962, האָט די קולטור־אָרגאַניזאַציע "מאָסקאָנצערט" געשאַפֿן דעם "מאָסקווער ייִדישן דראַמאַטישן אַנסאַמבל ("מעדאַ"), בראָש מיט בנימין שוואַרצער אַלס קונסט־פֿאַרוואַלטער. עס האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל געוועזענע גאָסעט־אַרטיסטן. אין 1986 איז "מעדאַ" פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם "מאָסקווער ייִדישן דראַמאַטישן סטודיע־טעאַטער", און אין 1988 האָט ער באַקומען דעם הײַנטיקן נאָמען – "שלום".
די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג, די היסטאָריקערין און זשורנאַליסטקע יעווגעניע גערשקאָוויטש, די אַקטריסע און דיזײַנערין נאַטאַליע שענדריק, די היסטאָריקערין אירינע פּעקאַרסקאַיאַ שטעלן דעם טראָפּן אויף די העלע פּערזענלעכקייטן פֿון די רעזשיסאָרן, וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן טעאַטער במשך פֿון דער גאַנצער גאָסעט־תּקופֿה ביזן איצטיקן "שלום". די פּאָרטרעט־גאַלעריע פֿון די דאָזיקע קונסט־טוער האָט געשאַפֿן דער קינסטלער־גראַפֿיקער וולאַדימיר טיאַן. מע גיט אויך אָפּ אַ גרויסן כּבֿוד די אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געווידמעט דעם ייִדישן טעאַטער זייער גאַנצן לעבן. זייערע פּנימער און נעמען זעט מען אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָ־פֿראַגמענטן פֿון אָלעג ליפּאָוועצקיס ספּעקטאַקל־קאָנצערט "שלום 48 – 23".
אַחוץ דעם, ווערן אויף דער עקספּאָזיציע פֿאָרגעשטעלט זעלטענע אַרכיוו־מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדענע מיט דער געשיכטע פֿון גאָסעט, אַרײַנגערעכנט מאַקעטן פֿון דעקאָראַציעס, אַפֿישן, דעם עכטן אַרבעט־טיש און פֿאָטעל פֿון מיכאָעלסן, און אַ פֿולמעסיקע קאָפּיע פֿון מאַרק שאַגאַלס באַרימטן פּאַנאָ פֿונעם ציקל "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער.
די שותּפֿים פֿון דער אויסשטעלונג זענען: די טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע, דער מאָסקווער ייִדישער מוזיי און דער טאָלעראַנץ־צענטער, דער טעאַטראַלער מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אַ. באַכרושין און דער מאַרק שאַגאַלס קאָמיטעט אין פֿראַנקרײַך.