איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: 2022
דער צוויי־שפּראַכיקער ענגליש־ייִדישער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿאַר ייִדיש־שטודיעס "אין געוועב" פֿירט במשך פֿון אַ ריי יאָרן דורכפֿירן אַ יערלעכן באַריכט פֿון איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אין אַנדערע שפּראַכן. דאָ ניט לאַנג צוריק איז דאָרט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אָרדנטלעכע איבערזעצונגען־רשימה פֿאַרן יאָר 2022, צונויפֿגעשטעלט דורך דליה וואָלפֿסאָן. זי אַנטהאַלט ביבליאָגראַפֿישע אָנגאַבן פֿון 53 ביכער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין פֿאַרלויף פֿונעם פֿאָריקן יאָר. בתוכם זײַנען 18 ביכער אויף ענגליש, 8 ביכער אויף פּויליש, צו 5 ביכער – אויף העברעיִש און אויף ליטוויש, צו 4 ביכער – אויף פֿראַנצויזיש און אויף רוסיש, צו 2 ביכער – אויף דײַטש, אויף כינעזיש און שפּאַניש, צו 1 בוך – אין איבערזעצונג אויף גריכיש, ווײַסרוסיש און טשעכיש.
אַחוץ גאַנצע ביכער, זײַנען במשך פֿונעם יאָר 2022 דערשינען צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן אין פּעריאָדישע אויסגאַבעס און אַנטאָלאָגיעס. אַזעלכע איבערזעצונגען האָבן זיך באַוויזן פֿאַראַיאָרן, אויסער די אויבן־דערמאָנטע שפּראַכן, אויך אויף האָלענדיש און אויף אוקראַיִניש. אין דער ליסטע זענען אַרײַן איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, פֿאַרעפֿנטלעכטע סײַ אויף פּאַפּיר, סײַ אין אַ דיגיטאַלער פֿאָרם.
ס'רובֿ מחברים פֿון די איבערגעזעצטע ייִדישע ווערק זײַנען שריפֿשטעלער פֿון די פֿריִערדיקע דורות: מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ, שלום־עליכם, חיים גראַדע, אַנע מאַרגאָלין, יצחק באַשעוויס־זינגער, יעקבֿ גלאַטשטיין, אבֿרהם סוצקעווער, מלך ראַוויטש, אָשר שוואַרצמאַן, יוסף אָפּאַטאָשו, ישׂראל עמיאָט, ציליע דראַפּקין, שירה גאָרשמאַן, אבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, בינעם העלער, משה־לייב האַלפּערן, איציק מאַנגער, שמערקע קאָטשערגינסקי, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַלטער קאַציזנע, דבֿורה פֿאָגעל, לייב קוויטקאָ, אסתּר קרייטמאַן, ישׂראל ראַבאָן, דוד בערגעלסאָן, פּרץ הירשביין, פּרץ מאַרקיש, מאַני לייב, אבֿרהם רייזען, ישׂראל־יהושע זינגער, משה קולבאַק, יצחק קאַצענעלסאָן, יוסף קערלער א״אַ.
ס'איז דערבײַ אָנגענעם צו באַצייכענען, אַז אין דער נײַער איבערזעצוגען־רשימה פֿון "אין געוועב" זײַנען פֿאַראַן אויך ווערק פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע שריפֿטשטעלער: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, באָריס סאַנדלער, וועלוול טשערנין, משה לעמסטער, בער קאָטלערמאַן, הירשע־דוד קאַץ, קטלא־קניא, שלום בערגער, ברוריה וויגאַנד, יעווגעני קיסין, שירי שאַפּיראַ, עמיל קאַלין און אלי שאַרפֿשטיין.
צו דעם דאַרף מען צוגעבן, אַז אַ ריי איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע ווערן דערמאָנט אין דער נײַער רשימה פֿון "אין געוועב", שאַפן אויך זייערע אייגענע אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש. דאָס זײַנען ירמיהו־אהרן טאַוב, וואָס זעצט איבער אויף ענגליש, מאַרעק טושעוויצקי – אויף פּויליש, ישׂראל נעקראַסאָוו און יואל מאַטוועיעוו – אויף רוסיש, און דוד־עומר כּהן, וואָס זעצט איבער פֿון ייִדיש אויף האָלענדיש.