Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

צי איז די ייִדישע פּאָעזיע אַקטועל?

דעם 17טן יולי איז אינעם ירושלימער ביכער־קראָם "באַבעל" דורכגעגאַנגען אַ לעקציע אויף דער טעמע "די אַקטועלע ייִדישע פּאָעזיע". דער באַגריף "אַקטועלע" לאָזט זיך אויסטײַטשן אויף אַ טאָפּלטן אופֿן – סײַ "הײַנטצײַטיקע" סײַ "אַקטועלע פֿאַר איצטיקן עולם". דערפֿאַר האָט דער דיכטער און ליטעראַטור־פֿאָרשער וועלוול טשערנין, וועלכער איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ לעטקציע אויף אַזאַ טעמע, גערעדט סײַ וועגן עצם דער פּאָעטישער שאַפֿונג אויף ייִדיש אין די לעצטע יאָרן, סײַ וועגן וועגן דער סאָציאַ־לינגוויסטישער ספּעציפֿיק פֿון אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע אין דער תּקופֿה, ווען די איבערוועגנדיקע מערהייט ייִדן קען שוין ניט דאָס ייִדישע לשון. "באַבעל" איז אַ רוסיש־שפּראַכיקע ביכער־קראָם, און די לעקציע איז געגאַנגען איבערהויפּט אויף רוסיש. אינעם באַקענען די צוהערער, וועלכע קענען שוואַך אָדער אפֿילו בכלל קענען ניט ייִדיש, האָט דעם לעקטאָר שטאַרק געהאָלפֿן די רובריק "וויזיט־קאַרטל פֿון אַ דיכטער" אין "ביראָבידזשאַנער שטערן", וווּ לידער פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע דיכטער ווערן געבראַכט סײַ אין אָריגינאַל סײַ אין איבערזעצונג אויף רוסיש. וועלוול טשערנין האָט באזונדערס אונטערגעשטראָכן, אַז במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז די דאָזיקע רובריק פֿון דער ביראָבידזשאַנער וואָכנשריפֿט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אוניקאַלער אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע אין רוסישע איבערזעצונגען. אין איר זײַנען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווערק פֿון דיכטער, וועלכע וווינען און שאַפֿן הײַנט אין רוסלאַנד, אין ישׂראל, אין פֿראַנקרײַך, אין אַמעריקע אין ווײַסרוסלאַנד, אין ענגלאַנד און אין פּוילן.

יע. קאַפּלאַן