אין ירושלים פֿלעגט מען זאָגן…
אינעם פֿאַרלאַג "ידיעות אחרונות" איז דערשינען רחל דבֿירס בוך "בירושלים היו אומרים… חוכמת הייִדיש הירושלמית בעבֿרית עכשווית ובֿנימה הומוריסטית" ("אין ירושלים פֿלעגט מען זאָגן… די חכמה פֿון ירושלימער ייִדיש אויף הײַנטצײַטיקן עבֿריתּ און מיט אַ הומאָריסטישן בײַטעם"). עס מאַכט די לייענער באַקאַנט מיט אידיאָמען, וועלכע האָבן עקזיסטירט אין ירושלימער ייִדיש, אַ גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייטן נאָך מיט עטלעכע יאָרצענדליקער צוריק און ביז איצט ניט נעלם געוואָרענעם ספּעציפֿישן וואַריאַנט פֿונעם ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, וואָס האָט זיך צונויפֿגעלייגט אינעם אשכּנזישן "אַלטן ייִשובֿ" מיט צוויי יאָרהונדערטער צוריק. יעדע אַזאַ אידיאָמע ווערט געבראַכט אויפֿן לשון פֿונעם אָריגינאַל, ייִדיש, און באַגלייט ניט בלויז מיט איבערזעצונג אויף העברעיִש, נאָר אויך מיט אַ קאָמענטאַר, וואָס דערקלערט דעם קאָנטעקסט, אין וועלכן מע פֿלעגט אויסנוצן די דאָזיקע אידיאָמע. דאָס בוך איז רײַך אילוסטרירט מיט אַלטע פּאָטאָגראַפֿיעס.