לעקציע וועגן מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק
דעם 20סטן אַפּריל, 2023, וועט דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט (שטאַט מאַסאַטשוסעטס) דורכפֿירן אַן אומזיסטע אינטערנעץ־לעקציע אויף ענגליש וועגן דער גרויסער היסטאָרישער ראָלע פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק JPL – איינער פֿון די גרעסטע צענטערס פֿון ייִדיש־קולטור אין צפֿון־אַמעריקע. אויף דער אונטערנעמונג וועלן אויפֿטרעטן סעבאַסטיאַן שולמאַן און רבֿקה אויגנפֿעלד (מאָנטרעאָל) און סאָניע בלום (אַמהערסט). כּדי זיך צו באַטייליקן, מוזן מען זיך רעגיסטרירן פֿאַר פֿריִער.
די מאָנטרעאָלער ייִדישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק איז געגרינדעט געוואָרן אין 1914. זינט דעמאָלט בלײַבט זי אַ וויכטיקער קולטור־צענטער פֿאַר ייִדיש־בילדונג און פֿאָרשונג פֿון ייִדיש־ליטעראַטור. אין דער ביבליאָטעק געפֿינט זיך אויך אַ גרויסער אַרכיוו פֿון דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש.