Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אסתּר־רחל קאַמינסקאַס זכרונות אויף ענגליש

אין אַמעריקע זענען צום ערשטן מאָל דערשינען אויף ענגליש די זכרונות פֿון דער לעגענדאַרער ייִדישער אַקטריסע אסתּר־רחל קאַמינסקאַ (1870 – 1925), באַקאַנט ווי "די מאַמע" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. דער איבערזעצער, מיכל יאַשינסקי, איז אַן אַקטיאָר און אַ טעאַטער־פֿאָרשער.

דער אָריגינעלער טעקסט פֿון קאַמינסקאַס זכרונות איז אַרויס ווי אַ המשך פֿון 32 פּובליקאַציעס אין דער וואַרשעווער צײַטונג "דער מאָמענט" אונטערן טיטל "דערנער און בלומען: דער וועג פֿון מײַן לעבן – מעמואַרן". אין זײַן לאַנגער הקדמה דערקלערט יאַשינסקי, אַז די אַקטריסע האָט מען אָנגערופֿן "די מאַמע" פֿונעם ייִדישן טעאַטער צוליב עטלעכע סיבות: אַזוי האָט געהייסן דער ספּעקטאַקל, וווּ זי האָט געשפּילט איר סאַמע פּראָמינענטע ראָל אין איר מאַנס אַבֿרהם־יצחק קאַמינסקיס ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין פּוילן. אַחוץ דעם, איז זי געווען די מוטער פֿון אַן אַנדער באַוווּסטער ייִדישער אַקטריסע, אידאַ קאַמיסנקאַ (1899 – 1980).

אסתּר־רחל קאַמינסקאַ האָט באַוויזן אָנצושרײַבן אירע טיף פּערזענלעכע זכרונות אין דער צײַט, ווען זי האָט שטאַרק געליטן פֿון ראַק. "דער מאָמענט" האָט זיי פּובליקירט שוין נאָך איר פּטירה. דאָס נײַע בוך גיט דעם ענגלישן לייענער אויך אַן אוניקאַלע געלעגנהייט זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי ייִדישע אַרבעטער־פֿרויען האָבן געלעבט אין סוף־19טן און אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט.