לעקציעס אין קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע
דעם 9טן מערץ, 2023, האָט דער ישׂראלדיקער דיכטער און ליטעראַטור־קענער ד״ר וועלוול טשערנין, וועלכער האָט באַזוכט אוקראַיִנע, געהאַלטן אינעם פֿאָרשונגס־צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע" לעקציעס אויף די טעמעס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור" און "פֿאַרגעשריטענע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער און פּאָעטן פֿאַרבונדענע מיט אוקראַיִנע".
אַ באַזודערע אַכטונג איז אין זײַנע לעקציעס געלייגט געוואָרן אויף די פּראָבלעמען פֿון איבערזעצן די ייִדישער ליטעראַטור אויף אוקראַיִניש. דאָס איז פֿאַרבונדן געווען מיט דעם, וואָס דער פֿאָרשונגס־צענטער גרייט צווישן אַנדערס ספּעציאַליסטן אין אָט דעם געביט. אַ דאַנק דעם, האָבן זיך אין די לעצטע יאָרן האָבן באַוויזן ניט ווייניק אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש – סײַ אין אַ בוך־פֿאָרם דורכן קיִִעווער פֿאַרלאַג "דוך אי ליטעראַ", סײַ אויף די שפּאַלטן פֿונעם אַלמאַנאַך "יעהופּעץ".