שלום־עליכם צווישן ייִדיש און העברעיִש
דעם 30טן יוני, 2023, איז אינעם ירושלימער קולטור־צענטער "בית אבֿי חי" פֿאַרגעקומען אַ לעקציע פֿונעם ליטעראַטור־פֿאָרשער און דיכטער דר' וועלוול טשערנין "די מלחמה און דער שלום צווישן שפּראַכן. שלום־עליכם צווישן ייִדיש און העברעיִש". אין איר זײַנען באַהאַנדלט געוואָרן אַזעלכע טעמעס, ווי די באַציונג פֿונעם קלאַסיקער צום ציוניזם, צו דער פּאָלעמיק צווישן ייִדישיסטן און העברעיִסטן, זײַן אייגענע העברעיִשע שאַפֿונג און פּראָבלעמען פֿון איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמס ווערק פֿון ייִדיש אין העברעיִש. די לעקציע איז געהאַלטן געוואָרן אויף רוסיש.