Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פּעטערבורגער לייען־קרײַז 2024

דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער האָט אין אָנהייב־נאָוועמבער געעפֿנט אַ נײַע סעריע אַוואַנסירטע לימודים פֿון לייענען ליטעראַרישע טעקסטן אויף ייִדיש, געפֿירט דורכן שרײַבער און דיכטער יואל מאַטוועיעוו.

במשך פֿונעם איצטיקן לערן־יאָר האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַשלאָסן זיך אָפּצושטעלן אויף יצחק־יואל לינעצקיס האַלב־אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דאָס פּוילישע ייִנגל". הגם דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שאַרפֿע סאַטירע קעגן די חסידים, קאָן עס העלפֿן די וועלטלעכע לייענער בעסער צו פֿאַרשטיין די ספּעציפֿישע לשון־קודשדיקע און אַראַמישע אויסדרוקן, וואָס אַ סך פֿון זיי בלײַבן ביז הײַנט פֿאַרשפּרייט אינעם חסידישן ייִדיש. לינעצקי (1839-1915) האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעגעבן זײַן ווערק אין 1867.