מאַנגערס "בוך פֿון גן־עגן" אין אַ נײַעם פּעטערבורגער טעאַטער
דאָס פּעטערבורגער קולטורעלע לעבן איז געוואָרן רײַכער צוליב אַ נײַעם קולטור־רוים: דעם 9טן פֿעבואַר, 2025, האָט זיך אין דער שטאָט געעפֿנט דער ייִדישער "ראַזנאָטשינאַיאַ־טעאַטער" בראָש מיטן רעזשיסער לעאָניד קאָלטאָן, געשאַפֿן אַ דאַנק דעם חסד־צענטער "חסד אַבֿרהם" אויפֿן שטח פֿונעם ייִדישן קולטורעלן צענטער "יסוד". אַזוי ווי אַ סך אַנדערע טעאַטערס אין רוסלאַנד, טראָגט ער דעם נאָמען פֿון דער גאַס, וווּ ער געפֿינט זיך. דעם 25סטן פֿעברואַר איז דאָרט פֿאָרגעקומען אַ ספּעקטאַקל־קאָנצערט פֿונעם "פּאָסט־טראַוומאַטישן טעאַטער" נאָך איציק מאַנגערס ראָמאַן "די וווּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל־אַבא אַבערוואַ" אָדער "דאָס בוך פֿון גן־עדן". צום ערשטן מאָל איז ער אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף רוסיש מיט איבער אַ יאָר צוריק.

סאָניאַ דימשיץ
מאַנגערס בוך, אָנגעשריבן אין 1939, איז אַ גרויסער שעדעווער פֿון ייִדישער ליטעראַטור – אַ מין אַפּאָקריף, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף דער פֿילאָסאָפֿישער סאַטירע פֿונעם 18טן יאָרהונדערט און אויף די טראַדיציעס פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער פּוילישער קאַבאַרע. אין 2008 האָט דער טאַטע פֿון דער רעזשיסערין, דער באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער ד״ר וואַלערי דימשיץ, אַרויסגעגעבן אין פּעטערבורג זײַן פּרעכטיקע רוסישע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן ווערק.
איצט (סוף פֿעברואַר) אַנטהאַלט דער רעפּערטואַר פֿונעם "ראַזנאָטשינאַיאַ־טעאַטער" 11 גאַנץ פֿאַרשיידנאַרטיקע ספּעקטאַקלען. אַזוי ווי דער מאָסקווער "שלום" אָריענטירט ער זיך אויף אַן אַלגעמיינעם ברייטן עולם און איז ניט באַגרינדעט בלויז מיט ייִדישער טעמאַטיק.
פֿאָטאָ: פּאָסט־טראַוומאַטישער טעאַטער