מאַרק זילבערקוויט — ערן־אַקאַדעמיקער און בן־שמונים
דעם 30סטן מײַ, 2023, איז אין דער רוסלענדישער קונסט־אַקאַדעמיע פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע: דער גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, ד״ר מאַרק זילבערקוויט, האָט באַקומען דעם טיטל פֿונעם ערן־אַקאַדעמיקער. צווישן אַנדערן, איז דער שאַפֿער און ראָש פֿון עטלעכע חסד־פֿונדאַציעס, אַ כּלל־טוער, דער מחבר פֿון אַ ריי ביכער און פֿילצאָליקע פּובליקאַציע אויף מוזיקאַלישע טעמעס. דער פּרעזידענט פֿון דער אַקאַדעמיע, דער גוט־באַוווּסטער קינסטלער, סקולפּטאָר און אַרכיטעקטאָר זוראַב צערעטעלי האָט אײַנגעהענטיקט ד״ר זילבערקוויטן דעם אַקאַדעמיקער־מעדאַל און דיפּלאָם.
דעם 6טן יוני איז מאַרק זילבערקוויט אויפֿגעטראָטן אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען, וואָס מע האָט צוליב זײַן איניציאַטיוו אויפֿגעשטעלט אינעם קאַמפּוס פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. בעת דער אונטערנעמונג האָט ער אויך דורכגעפֿירט אינעם אוניווערסיטעט אַ פּרעזענטאַציע פֿון אונדזער וועבזײַט. דעם 9טן יוני האָט ער געפּראַוועט זײַן 80סטן געבוירן־טאָג. דער קאָלעקטיוו פֿון אונדזער וועבזײַט ווינטשט אים געזונט, נחת און אַ סך שעפֿערישע הצלחה!