Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש אויף אַ גאַלאַ אין ניזשני נאָווגאָראָד

דעם 24סטן אָקטאָבער 2024 איז אינעם אָפּערע־טעאַטער פֿון דער שטאָט ניזשני נאָווגאָראָד פֿאָרגעקומען אַ גאַלאַ־קאָנצערט מיט אַ באַלוינונג־צערעמאָניע פֿון דער רוסלענדישער אָפּערע־פּרעמיע "Casta Diva". אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם איז אַרײַן דאָס ליד "יאָסל און שׂרה־דוואָשע", אַראַנזשירט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָניד דעסיאַטניקאָוו.

פֿריִער, דעם 9טן יוני, האָט קאַלינינאַ אויסגעזונגען אינעם זעלבן טעאַטער דעם גאַנצן לידער־ציקל "ייִדיש", וווּ "יאָסל און שׂרה־דוואָשע" פֿאַרנעמט דאָס פֿערטע אָרט. דער ציקל איז באַגרינדעט אויפֿן קאַבאַרע־רעפּערטואַר פֿונעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט, וואָס דעסיאַטניקאָוו האָט פֿאַרוואַנדלט אין אָפּערע־ווערק.