פֿון עווענקיש אויף ייִדיש
דעם 14טן יוני, 2023, האָט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע איבערזעצונגען פֿונעם נאַציאָנאַלן עווענקישן פּאָעט ניקאָלײַ אָיאָגיר (1926 – 1988) אויף ייִדיש און רוסיש, איבערגעזעצט פֿונעם שרײַבער, זשורנאַליסט און דיכטער יואל מאַטוועיעוו. דאָס איז זײַן צווייטע סעריע פֿון אָיאָגירס איבעזעצונגען אויף ביידע שפּראַכן.
די פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און עווענקיש קאָן קלינגען חידושדיק, נאָר אינעם ביראָבידזשאַנער קאָנטעקסט איז זי גאַנץ נאַטירלעך. די עווענקן (טונגוסן) זענען די עלטסטע אַלטגעזעסענע באַפֿעלקערונג אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פֿון רוסלאַנד; דער עצם־נאָמען ביראָבידזשאַן שטאַמט פֿון עווענקיש. אַ צאָל דאָרטיקע שרײַבער און דיכטער האָבן באַרירט די טונגוסישע טעמאַטיק אויף ייִדיש. דאָס ווײַזט ווידעראַמאָל אָן אויף דעם גאָר ברייטן געאָגראַפֿישן און קולטורעלן שטח פֿון ייִדיש־קולטור, אויף אירע פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאַרבינדונגען מיט כּלערליי לענדער און פֿעלקער.
אָט איז נאָך אַ בײַשפּיל פֿון דער דאָזיקער פֿאַרשיידנאַרטיקייט. דעם 7טן יוני, 2023, איז אין "ביראָבידזשאַנער שטערן" דערשינען אַ קאַפּיטל פֿון וולאַדימיר אַרסעניעווס בוך "דערסו אוזאַלאַ", איבערגעזעצט אויף ייִדיש דורך גרשון פֿרידמאַן (1892 – 1962). לכתּחילה אָנגעשריבן אויף רוסיש, דערציילט זײַן ווערק וועגן אַ נאַנײַיִשן יעגער און וועג־פֿירער. די נאַנײַער זענען אַ ווײַט־מיזרחדיק פֿאָלק נאָענט צו די עווענקן, וואָס רעדן אויך אויף אַ טונגוסיש לשון.