לידער אויף ייִדיש אין ריווערסײַד־פּאַרק
בערך 300 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעם 18טן אַפּריל, 2025, בײַם חורבן־מעמאָריאַל, אַזוי גערופֿענעם "שטיין", אינעם מאַנהעטענער ריווערסײַד־פּאַרק, מזכּיר צו זײַן די אויפֿשטענדלער אין דער וואַרשעווער געטאָ. דאָס מאָל איז די יערלעכע אונטערנעמונג געווען געווידמעט דער העלדישער ראָלע פֿון פֿרויען אינעם אויפֿשטאַנד, בתוכם גאַנץ יונגע מיידלעך. מע האָט פֿאָרגעלייענט פּאָעטישע ווערק אויף ייִדיש און אויסגעזונגען אַ צאָל ייִדיש לידער, פֿאַרבונדן מיטן חורבן.