די לעצטע פֿון "יונג ישׂראל"
דעם 22טן מערץ איז ניפֿטר געוואָרן די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. זי איז געווען די לעצטע אָנטיילנעמערין פֿון דער ליטעראַטור־גרופּע "יונג ישׂראל". געבוירן אין 1925 אינעם ליטווישן שטעטל ווילקאָמיר (Ukmergė), האָט זי באַוויזן ביזן חורבן צו פֿאַרענדיקן אַ גימנאַזיע. דערנאָך זײַנען געווען די שוידערלעכע יאָרן אין ווילנער געטאָ און אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קײַזערוואַלד, וווּ זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער.
אין 1947 האָט רבֿקה באַסמאַן עולה געווען אין ארץ־ישׂראל און אָנגעטיילגענומען אינעם אומאָפּהענגיקייט־קריג. אין די 1950ער יאָרן האָט זי אָנגעהויבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן לידער אין ייִדישער פּרעסע. אין 1959 איז דערשינען איר ערשטע לידער־זאַמלונג "טויבן בײַם ברונעם". רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז געבליבן שעפֿעריש טעטיק ביז די לעצטע יאָרן. כּבֿוד איר אָנדענק!