באָריס סאַנדלער פּראַוועט 75־יאָריקן יוביליי
דעם 22סטן מײַ, 2025, איז אינעם ניו־יאָרקער "טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון פֿלאָרענס גולד" פֿאָרגעקומען דער פֿײַערלעכער קאָנצערט "מיט ייִדיש איבערן לעבן" לכּבֿוד דעם 75־יאָריקן יוליביי פֿונעם גוט באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער באָריס סאַנדלער און זײַן 45־יאָריקער ליטעראַרישער קאַריערע. דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין מיט צוויי סאָפּראַנאָ־זינגערינס, סיוזאַנאַ פֿיליפּס און יעקאַטערינאַ קאַפּטשיץ, האָבן פּרעזענטירט די וועלט־פּרעמיערע פונעם לידער־ציקל פֿאַר קינדער אויף ייִדיש "שטערנדלעך מיט מאַנדלען". צווישן אַנדערע באַטייליקטע זענען אויפֿגעטראָטן דער פֿידלער־ווירטואָז יעפֿים זובריצקי מיט זיסל סלעפּאָוויטשעס כּל־זמרישן טריִאָ, די אַקטיאָרן יעלענאַ שמולענסאָן מיט אַלען לויִס ריקמאַן, און אַנדערע. דער אַקטיאָר און דראַמאַטורג שיין בייקער, אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און איינער פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדיש־אַקטיוויסטן אין ניו־יאָרק, האָט אָנגעפֿירט מיטן שׂימחה־אָוונט.
דער גרינדער פֿון אונדזער וועבזײַט, ד״ר מאַרק זילבערקוויט, האָט אויך באַזוכט דעם דאָזיקן יוליביי־קאָנצערט.
דער בעל־שׂימחה, באָריס סאַנדלער, האָט אונדז געוווּנטשן אַל־דאָס בעסטע, מיר זאָלן ווײַטער מצליח זײַן אין אונדזער טעטיקייט לטובֿת דער ייִדיש־קולטור.
באָריס סאַנדער, אַ לאַורעאַט פֿון אַ ריי ליטעראַרישע פּריזן און אַ מחבר פֿון בערך צוויי צענדליקער ביכער – ראָמאַנען, זאַמלונגען לידער און דערציילונגען – האָט אַליין אַ דירעקט שײַכות צו מוזיק. אַ געבוירענער אין בעלץ, באַסאַראַביע (הײַנט מאָלדאָווע), האָט דער צוקונפֿטיקער שרײַבער זיך געלערנט אין אַ קאָנסערוואַטאָריע און במשך פֿון צען יאָר געאַרבעט אַלס פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער. אין 1981 איז ער געוואָרן איינער פֿון די ערשטע ליטעראַטן, וועלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער ייִדיש־סעקציע בײַ די העכסטע ליטעראַטור־קורסן פֿונעם גאָרקי־אינסטיטוט אין מאָסקווע, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט ערשט געעפֿנט. זינט דעמאָלט האָט ער געווידמעט זײַן לעבן דער שרײַבערישער טעטיקייט. אין 1998 איז באָריס סאַנדלער געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק. זינט 2017 פֿירט ער אָן מיט זײַן אייגענעם ליטעראַרישן אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש בראַנזשע", בלײַבנדיק איינער פֿון די פּראָדוקטיווסטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער.