אַ נײַע אַרבעט פֿאַר ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע
אינעם פֿאַרלאַג פֿון פֿיליפּס אוניווערסיטעט אין מאַרבורג איז דערשינען אַ פֿאַרשונג פֿון דער לינגוויסטין לאה שעפֿער "Syntax and Morphology of Yiddish Dialects: Findings from the Language and Culture Archive of Ashkenazic Jewry" ("סינטקאַקס און מאָרפֿאָלאָגיע פֿון ייִדישע דיאַלעקטן: געפֿינסן פֿונעם אַרכיוו פֿאַר שפּראַך און קולטור פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום"). דער דערמאָנטער אינעם אונטערקעפּל פֿון דעם בוך אַרכיוו איז געשאַפֿן געוואָרן בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין פֿש"אַ. ער עקזיסירט אין דיגיטאַלער פֿאָרם און איז צוטריטלעך די פֿאָרשער פֿון דער גאָרער וועלט.